JavaScript is required

פאקט בלאט [א צעטל פון פאקטן] – איסור פון נאצי סימבאלן און תנועות (Ban of Nazi symbols and gestures factsheet) - Yiddish

הינטערגרונט

די וויקטאריאנישע רעגירונג האט אנגעטראגן נייע געזעצן צו אפהאלטן מענטשן פון אויסשטעלן אדער אפריכטן סימבאלן און תנועות גענוצט ביי די נאצי פארטיי עפנטלעך.

עס איז א קרימינעלע פארברעכן אויסצושטעלן דעם האקנקרייץ (אויסגעבויגן אדער פארקרומטער קרייץ) – דער מערסט-באקאנטסטער סימבאל גענוצט ביי דער נאצי פארטיי און דער דריטער רייך אין דייטשלאנד אין אנהייב ביז צו דעם מיטל 20סטןיארהונדערט, וואס האבן א שייכות מיט די נאצי פארטיי'ס פארברעכן קעגן מענטשהייט.

די נייע געזעצן פארברייטערן דעם עקסיסטירנדיגעם פארברעכען דורך - אויך אסרן די עפענטלעכע באנוצונג פון ווייטערדיגע נאצי סימבאלן און תנועות, ווי אויך דער נאצי סאלוט.

אזעלכע אויסשטעלונגען זענען גורם שאדן פאר מיטגלידער פון דער וויקטאריאנישע געמיינדע, און דאס איז נישט דערלאזלעך. דער איסור שיקט א קלארן אנזאג אז נאצי אידעאלאגיע און דער האַס וואס עס רעפרעזענטירט איז נישט טאלערירט אין וויקטאריע.

עס זענען פארהאן עטלעכע אויסנאַמען צו דעם פארברעכן. דאס איז כולל וואו דער אויסשטעלונג ווערט געמאכט מיט פארשטאנד און מיט גוטע כוונות פאר אקאדעמישע, רעליגיעזע, קונטסטלערישע, אדער פארן צוועק פון בילדונג.

די עקסעסדירנדיגע אויסנאמען וואס אנערקעט די קולטורישע און היסטארישע ווערדע פון דער סוואסטיקע פארן בודיסט, הינדוס, דזשאַאין-גלייביגער און אנדערע גלויביגע געמיינדעס וועלן בלייבן. פאר די געמיינדעס, איז דער סוואסטיקע (וואס קען בטעות ווערן פארטוישט פאר דעם נאצי האקנקרייץ) אן אלטע און הייליגע סימבאל פון שלום אן גוטע מזל.

1. וואס איז דער פארברעכן?

א מענטש טוט אפ א קרימינעלע פארברעכן אויב מען:

שטעלט ארויס בכוונה אדער פירן אדורך א סימבאל אדער א תנועה וואס איז גענוצט געווארן ביי דער נאצי פארטיי אין אן עפנטלעכן ארט אדער ווייזן פארן ציבור, און

אויב מענטשן ווייסן, אדער וואלטן געדארפט וויסן, אז דער סימבאל אדער תנועה איז א נאצי סימבאל אדער תנועה.

2. וואס איז דער קנס פאר אפטאן דעם פאברעכן?

איינער וואס טוט א פארברעכן קען ווערן באשולדיגט פון $23,000, 12 מאנאטן אין תפיסה, אדער ביידע.

3.וועלכע נאצי סימבאלן און תנועות זענען גע'אסרט?

דער האקנקרייץ און דער נאצי סאלוט זענען דער באקאנטסטער סימבאל און די באקאנטסטע תנועה גענוצט דורך די נאצי פארטיי. זיי ווערן גענוצט אויפצורייצן שנאה קעגן די מיטגלידער פון די וויקטאריאניש געמיינדע, וואס דערפאר זענען זיי דייטלעך גע'אסרט געווארן.

אנדערע סימבאלן און תנועות גענוצט געווארן ביי די נאצי פארטיי און אירע אנגעשלאסענע פאראמיליטערישע צווייגן זענען אויך גע'אסרט, אזוי ווי יענע וועלכע ענדלן שטארק צו א נאצי סימבאל אדער תנועה.,/p>

די נאצישע פארטיי מיינט די נאציאנאלע סאציאליסטישע דייטשע ארבעטס פארטיי (NSDAP) וואס איז געווען אקטיוו פון 1920 ביז 1945. די נאצי פארטיי מיינט אויך איר פאראמיליטערישע צווייג אזוי ווי דער SA (שטורעמאפטיילונג), די SS (שוטצשטאפל), די NSKK (נאציאנאלע סאציאליסטישע מאטאר קארפ) און די NSFK (נאציאנאלע סאציאליסטישע פֿלײערס קארפ).

סוף כל סוף, ווענדט זיך עס אין די געריכטן צו באַשליסן גענויע וועלכע סימבאלן און תנועת נעמען ארום דעם איסור. פונדעסטוועגן, די נייע געזעצן זענען געצילט אויף האַלטן פענער, פוץ-ארטיקלען און מעדאלן וואס זענען גענוצט געווארן ביי דער נאצישע פארטיי און איר פאראמיליטערישע צווייגן, אריינגערעכנט:

דער SS בליצן סימבאל (ראָנישע סיגנאל)

דער טאטנקאפ (אדער נאצי קאפ [שאַרבן])

אנדערע סימבאלן פון דער SA, די NSKK, און די NFSK.

4. זענען פארהאן אויסנאמען?

עס זענען פארהאן עטלעכע אויסנאמען, וואס אנערקענען אז נאצישע סימבאלן און תנועות קענען ווערן אויסגעשטעלט אדער אפגעראכטן פאר עכטע סיבות.

א מענטש באגייט נישט קיין פארברעכן אויב מען שטעלט עס אויס אדער ריכטן עס אפ מיט שכל און ערלעך:

פאר אן אויפריכטיגן אקאדעמישן, בילדונג, אדער וויסנשאפטלעכן צוועק, אדער

מאכן אדער דרוקן א יושרדיגע אקוראטע באריכט פון סיי וועלכע געשעעניש אדער ענין וואס אינטערסירט דעם ציבור.

צום ביישפיל, וואו איינער ריכט אפ דעם נאצי סאלוט אין מיטן א פארשטעלונג אין טעאטער, אדער ווען א לערער ווייזט א פילם אין וועלכע דער SS סימבאל קען געזען ווערן אלץ טייל פון א היסטארישן קלאס.

מענטשן באגייען אויך נישט קיין פארברעכן אויב זיי שטעלן אויס:

א נאצי סימבאל פאר אויפריכטיגע קולטורעלע אדער רעליגיעזע צוועקן. דאס פארזיכערט געוויסע רעליגיעס זאלן ווייטער קענען נוצן די הייליגע סוואסטיקע.

סיי א נאצי סימבאל אדער א תנועה וואס שטעלט זיך אקעגן נאציאיזם אדער ענלעכע אידעאלגן.

למשל, א מענטש שטעלט ארויס א דייטשע נאצי פאָן מיט א צייכן אויסגעשטראכן אויף דעם, אדער איינער וואס שטעלט אויס א רויזע דרייעק וואס ווערט גענוצט ביי LGBTIQ+ געמיינדעס.

טאטוען פון נאצי סימבאלן אדער תנועות זענען נישט געדעקט ביי דעם איסור.

עס זענען אויך פארהאנען אויסנאַמען פאר געזעץ-היטער אדער אדמיניסטראציע פון יושרדיגע צוועקן.

5. איז דער פובליק אויסשטעל פון די רעליגיעזע און קלטורעלע סוואסטיקע פארבאטן?

דער פארברעכן אסר'ט נישט ארויסשטעלן די סוואסטיקע (וואס מ'קען זיך טועה זיין אז דאס איז דער נאצישע האקנקרייץ) פאר קולטורע און רעליגיעזע צוועקן.

צום ביישפיל:

ווען א פערזאן פון דעם הינדוסישן גלויבן שטעלט ארויס א סוואסטיקע אין זיין פאדערשטע פענסטער פון זיין געשעפט אלץ א סימן פון גוטע מזל.

וואו א מענטש פון דער דזשאַאינישער גלויבן מאָלט א סוואסטיקע אויף זיין נייעם אויטא איידער ער נוצט עס אלץ א סימבאל פון הצלחה.

ביטע זעט [DFFH פאקט בלאט] פאר מער אינפארמאציע, וואס שטימט מיט דער רעגירונגס התחייבות צו צושטעלן א בילדונג אינפארמיר אקציע פארן ציבור זיי צו לאזן וויסן דעם אפשטאם פון די רעליגיעזע און קולטורעלע סוואסטיקע; אנערקענען דאס וויכטיגקייט פארן בודיסט, הינדוס און דזשאַאיסטישע געמיינדעס; און פארשטיין געבן ווי אזוי דאס איז אונטערשיידלעך פון דעם נאצישן האקנקרייץ.

6. זענען נאצי סימבאלן און תנועות אויסגעשטעלט אנליין פארבאטן?

דער געזעץ דעקט בלויז נאצי סימבאלן און תנועות וואס ווערן אנגעזען אין א פובליק ארט און נישט אנליין.

אויב איר זעט א נאצי סימבאל אדער תנועה אויסגעשטעלט אנליין, זאלט איר קאנטאקטן וויקטאריע פאליציי דורך דער פאליציי הילף ליניע (131-444) פאר נישט קיין דרינגעוודיגע ענינים.

איר קענט אויך באריכטן דעם אויסשטעל פארן eSafety קאמיסיאנער צו בעטן די אַראפנעמען פון מאַטעריאַל פון סייבער זידלען, וואָס איז ערנסט.

7. וואס איז אויב איך בין נישט זיכער וועגן ארויסשטעלן אדער אפריכטן א נאצי סימבאל אדער תנועה?

אויב איר זענט נישט זיכער אויב א ציבורדיגע אויסשטעל אדער אפריכטונג פון נאצישע סימבאלן אדער תנועות זענען ערלויבט, זאלט איר זוכן אומאפהענגיגע לעגאלע באראטונג.

וויקטאריע לעגאלע הילף שטעלט צו אומזיסטע לעגאלע באראטונג אויף ברייט-גאמעדיגע ענינים. קאנטאקט זיי דורך זייער וועבזייטלwww.legalaid.vic.gov.au/contact-us.

איר קענט אויך באקומען אומזיסטע אינפארמאציע וועגן דעם געזעץ פון וויקטאריע לעגאלע הילף טעלעפאן ליניע 1300-792-387. די טעלעפאן ליניע איז אפן פון מאנטאג ביז פרייטאג צווישן 8 צופרי און 6 אווענט.

די געזעץ אינסטיטוציע פון וויקטאריע (LIV) לעגאלע רעקאמענדאציע דינסט קען העלפן געפונען א ספעציעליסט אדוואקאט צו געבן פריוואטע אומאפהענגיגע לעגאלע באראטונגען.

דאס קען מען געפונען דורך www.liv.asn.au/referral אדער אויף (03) 9607 9550. די ערשטע קאנסאלטאציע איז בחינם.

8. וואס פארא כוחות האבן וויקטאריע פאליציי אדורצופירן דעם פארברעכן?

די פאליציי קענען ארעסטירן און אנקלאגן א מענטש וואס טוט עפנטלעך אויסשטעלן אדער ווייזן א נאצי סימבאל אדער תנועה.

די פאליציי קען אויך:

באפעלן א מענטש אוועקנעמען א נאצי סימבאל אדער תנועה פונעם פובליק אויב זיי גלויבן פארשטענדלעכערהייט אז דער מענטש באגייט א פארברעכן.

באפעלן דעם אייגנטימער אדער פארנעמער פון אן אייגנטום אראפצונעמען א נאצי סימבאל אדער תנועה וואס מ'זעט עפנטלעך.

באשולדיגן א מענטש וואס פאלגט נישט אויס א באפעל אראפנעמען א נאצי סימבאל אדער תנועה פונעם ציבורס אויג. דער שטראף איז אומגעפער $1900 אדער 10 איינצלעך.

די פאליציי קען אויך איינגעבן צו דעם מאגיסטראטס געריכט פאר א זוכבאפעל צו זוכן דאס ארט און קאנפיסקירן האב און גוטס וואס צייגן א נאצי סימבאל אדער תנועה.

9. ווי אזוי ראפארטיר איך דעם פארברעכן?,/h2.

אויב איר ווילט מעלדן דעם אויסשטעל אדער אפריכטונג פון א נאצי סימבאל אדער תנועה צו דער פאליציי, ביטע קאנטאקט אייער ארטיגע פאליציי סטאנציע, אדער רופט פארברעכעריי אפשטעלער אויף 1800 333 000.

אויב דער באריכט האט א שייכות מיט א יעצטיגע סכנה, ביטע רופט (Triple Zero 000).

Nazi salute ban factsheet - Yiddish
Word 189.93 KB
(opens in a new window)

Updated